די גאָלדענע קייט

 די ישֹראלדיקע זינגערן רות לעווין, די טאָכטער פֿונעם באַוווּסטן ייִדישן פֿאָרלעזער, זינגער און קאָמפּאָזיטאָר לייבו לעווין (1914 – 1983), האָט אַרויסגעלאָזט ניט לאַנג צוריק אַ נײַעם קאָמפּאַקטל מיט ייִדישע זינגלידער, וואָס טראָגט דעם נאָמען ״אַטלאַנטידיש״. איר זינגען באַגלייט מיט זײַן גיטאַרע־שפּילן אַלעקסיי בעלאָוסאָוו, דער זון פֿונעם ייִדישן דיכטער אלכּסנדר בעלאָוסאָוו (1948 – 2004). זיי טרעטן אַרויס צוזאַמען רעגולער און זײַנען גוט באַקאַנט די ליבהאָבער פֿונעם ייִדישן זינגליד.

״אַטלאַנטידיש״ שליסט אין זיך אײַן 14 זינגלידער אויף די ווערטער קודם־כּל פֿון איציק מאַנגער און אויך פֿון חיים־נחמן ביאַליק, אַנאַ מאַרגאָלין, הערץ ריווקין, יוסף פּאַפּיערניקאָוו, אלכּסנדר בעלאָוסאָוו. די אַלע לידער שטעלן מיט זיך פֿאָר אַן איינהייטלעכע פּראָגראַם, וועלכע ווערט דערעפֿנט מיטן פֿאָלקסליד ״די גאָלדענע פּאַווע״. אין ירושלים האָט געדאַרפֿט פֿאָרקומען אַ פּרעזענטאַציע פֿונעם נײַעם ייִדישן קאָמפּאַקטל, אָבער צוליב דער פּאַנדעמיע זײַנען אַלע עפֿנטלעכע אונטערנעמונגען אָפּגעשאַפֿן געוואָרן. צוליב דעם דערציילט רות לעווין וועגן איר נײַעם שעפֿערישן פּראָיעקט שריפֿטלעך.

 

וועגן דעם פּראָיעקט ״אַטלאַנטידיש״

פֿון רות לעווין

דער דאָזיקער אַלט־נײַער פּראָיעקט, ווי אַלע מײַנע פּראָיעקטן, איז געווידמעט די לידער פֿון ייִדישלאַנד – אונדזער אַטלאַנטיס. פֿון דעם שטאַמט דער נאָמען – ״אַטלאַנטידיש״.

איך בין געבוירן געוואָרן אין מאָסקווע, כ’האָב זיך געלערנט אין אַ סאָוועטישער שולע און כ’בין זייער גליקלעך געווען, ווען מע האָט מיך געמאַכט אַ פּיאָנערקע… אָבער אין דער היים, אין מײַן טאַטנס שטוב, האָט געהערשט גאָר אַן אַנדערע אַטמאָספֿער.מײַן טאַטע איז געווען אַ ייִדישער וואָרט־קינסטלער. רעציטירט און געזונגען ייִדישע דיכטונג און פּראָזע. אין טשערנאָוויץ פֿאַר דער מלחמה האָט ער געקענט איציק מאַנגערן, געזונגען אים זײַנע לידער מיט די ניגונים, וועלכע ער האָט אַליין פֿאַרפֿאַסט… בײַ מיר איז דער נאָמען פֿון איציק מאַנגער געווען אַ סינאָנים פֿון אַן איידעלער שיינקייט און בענקשאַפֿט נאָך אַ מין וווּנדערלאַנד, וווּ מײַן טאַטע איז געווען גליקלעך, און וואַס איז מער ניטאָ. מיר זענען עולה געווען אין   1972 – צו שפּעט. זיי האָבן זיך ווידער ניט באַגעגנט. נאָר דער שיינער חלום איז געבליבן.

 

איך האָב געווידמעט דאָס קאָמפּאַקטל מיט ליבשאַפֿט יענעם וווּנדערלאַנד, דעם פּרינץ פֿון דער ייִדישער פּאָעזיע איציק מאַנגער לכּבוד זײַן 50ער יאָרצײַט, ווי אויך זײַן באַליבט באַשעפעניש – דעם כישוף־פֿויגל,דער גאָלדענער פּאַווע.

די גאָלדענע פּאַווע איז אַן אוראַלטער פּערסאָנאַזש פֿון מיזרח־אייראָפּעיִשער מיטאָלאָגיע, אַ סימבאָל פֿון דער אייביקער בענקשאַפֿט נאָך גליק. זי איז אַרײַן אין דער ייִדישער דיכטונג פֿון אַן אַלט פֿאָלקסליד, וואָס עס זינגט אַ יונג ווײַבל, וועלכע לעבט מיט אַ מיאוסן מאַן אין אַ פֿרעמדער שטוב, אויף שוויגערס קעסט; זי באַוויינט איר אומגליקלעכן זיווג און גלײַכט זיך אַליין צו אַ גאָלדענער פּאַווע, וועלכע האָט פֿאַרלאָרן איר גאָלדענעם פֿעדער אין אַ פֿרעמד לאַנד, און זי איז עלנט, אָן אַ נעסט, איבער אַ ברייטן ים. ס’איז אייגנטלעך אַ טרויעריק בריוו צו דער מאַמען.

עס קומט אויס, אַז אין אונדזער פֿאָלקלאָר איז די גאָלדענע פּאַווע אַ בריוו־טרעגערן, א פּאָטשטאַליאָנשע. זי טראָגט ליבע־בריוועלעך. אגבֿ, ניט נאָר די פּאַווע – אפֿילו סתּם אַ פֿויגל איז אַ סימבאָל פֿון פֿרײַהייט און אַ פֿלי צום גליק..

אָט איז אַ ליד פֿון מאַנגערס ציקל “וועלוול זבאַרזשער שרײַבט בריוו צו מלכּה’לע דער שיינער”. דער ייִדישער טרובאַדור וועלוול זבאַרזשער האָט געלעבט אינעם 19טן יאָרהונדערט, געוואַנדערט איבער גאַליציע, בוקאָווינע – איבער דער גאַנצער עסטרײַך־הונגאַרישער אימפּעריע, און פֿון אומעטום האָט ער געשריבן בריוו צו זײַן געליבטער מלכּה’לע, וואָס האָט געוווינט אין קאָנסטאַנץ. אָט איז איינס פֿון די בריוו  – אין איציק מאַנגערס אינטערפּרעטאַציע, מיט אַ ניגון פֿון לייבו לעווין,און עס הייבט זיך אָן מיט אַ פֿויגל, וואָס זינגט אויפֿן דאַך.

נאָטע מאַנגער, דער ייִנגערער ברודער פֿון איציקן, איז געווען איציקס  בוזעם־פֿרײַנד און אַ וויכטיקע פּערזענלעכקייט אין פֿאַר־מלחמהדיקן טשערנאָוויץ. ער האָט שטודירט וועלט־ליטעראַטור אין סאָרבאָן, גערעדט 5 שפּראַכן, אויסגעלערנט אַלט־גריכיש כּדי צו לייענען האָמערן אין אָריגינאַל… ער איז געשטאָרבן פֿון הונגער אין אוזבעקיסטאַן בעת דעם ייִדן־חורבן… אינעם ליד “נאָטע מאַנגער זינגט” בענקט איציק מאַנגער נאָך זייערע גליקלעכע קינדער־יאָרן, און ער פֿאַרגלײַכט זיי צו פֿייגל – טערטלטויבן אינעם שקיעה־גאָלד.

די פֿאַרב פֿון גליק איז גאָלד.אָבער גאָלד אין דער ייִדישער דיכטונג דאָס איז ניט קיין מעטאַלענע קלינגערס, נאָר אַ שטיק זון, וואָס איז אַראָפּגעפֿאַלן אויף דער ערד, אַן אייביקע שײַן, וואָס באַשאַפֿט דאָס לעבן. אַזוי האָבן עס געזען די מיטלאַלטערלעכע אַלכימיקער, וועלכע האָבן געזוכט דעם פֿילאָסאָפֿישן שטיין ווי דעם ערשטן טראָט פֿון דער מענשלעכקייט צו אַ לעבן פֿון שלמות און גליק. און אונדזערע גאָלדענע פּאַווע איז אויך אַ ברעקל פֿון דער דאָזיקער אייביקער לויטערער שײַן. אינעם ליד פֿון אַנאַ מאַרגאָלין איז די גאָלדענע פּאַווע אַ טרוים פֿון גליק, פֿון אַ פֿולשטענדיקער ליבשאַפֿט.

צווישן די בריוו, וואָס די גאָלדענע פּאַווע טראָגט, איז אגבֿ אויך איינס, וואָס עס האָט אָנגעשריבן די מלכּה פֿון טערקײַ צו איר געליבטן, רבּנו תּם. און דער שנײַדער־יונג דער קונדס, וואָס מאַכט חוזק פֿונעם חשובֿן רבּין, קען זײַן אָדער נאָטע, אָדער איציק אַליין. ווײַל זיי ביידע זענען געווען שנײַדער־יונגען בײַ זייער טאַטן, ״זײַן עקסעלענץ דער שנײַדער־מײַסטער הילל מאַנגער״.

אין דער אמתן איז די גאָלדענע פּאַווע אַ וווּנדער, אַ געטלעכע זאַך… אין דער ייִדישער דיכטונג איז זי געוואָרן אַ מין ייִדישע מוזע, און אין מאַנגערס פּאָעטיק איז זי די פּערסאָניפֿיקאַציע פֿון דער פּאָעטישער אינספּיראַציע. אַזוי איז פֿעניקס, דער פּאַגאַנישער פֿײַער־פֿויגל געוואָרן דער סימבאָל פֿון דער ייִדישער פּאָעזיע.

און אָט איז נאָך אַ ליד פֿון בענקשאַפֿט נאָך אַ שיינקייט, וואָס איז אַוועק – און דאָס מאָל איז עס בענקשאַפֿט נאָך ציון. און דאָס איז אַ ליד וועגן דעם, ווי שווער קאָן דאָס זײַן, ווען אַ חלום איז מקוים געוואָרן.

איצט גייט מען צוריק צו איציקן און נאָטען. דער שנײַדער־געזעלן נאָטע מאַנגער… אזוי שרײַבט וועגן אים זײַן ברודער דער דיכטער: “אַ ליכטיקע געשטאַלט, אַ חלום, אַ לעגענדע, אַ פּרינץ בײַ דער ניימאַשין; אָן אים וואָלט נישט מעגלעך געווען מײַן ווערק. ער האָט דאָס גאַנצע יונגע לעבן זײַנס שווער געהאָרעוועט, כּדי מיר צו געבן די מעגלעכקייטן איך זאָל קענען אַרומרפּאַראַזיטעווען אויפֿן פּאַרנאַס. ער איז געווען אַן אינספּירירנדיקע פּערזענלעכקייט, ערשט־ראַנגיק און איינציק. זײַן גרויסע ליטעראַטור־קענטשאַפֿט, זײַן שאַרפֿער קריטישער אינטעלעקט, זײַנע פֿעיִקייטן צו פֿאָרמולירן אין צוויי-דרײַ זאַצן דעם עיקר פֿון אַ פּראָבלעם, האָבן אָנגערעגט צו פֿאַרמעסט און צו דערגרייכונג. ער האָט נישט געשריבן, נאָר צווישן שווײַגן און שווײַגן געבליצט מיט געדאַנקען, פּאַראַדאָקסן, פֿאָרמולירונגען…״ איציק מאַנגער האָט געווידמעט נאָטען אָן אַ סוף לידער און סאָנעטן, ביז צום סוף פֿון זײַן לעבן האָט ער געפֿירט מיט אים אַ דיאַלאָג. אין דער לידער־זאַמלונג ״דער שנײַדער־געזעלן נאָטע מאַנגער זינגט״, וואָס איז אַרויס אין 1948, ווען מאַנגער איז נאָך געווען אין זײַן לאָנדאָנער גלות, זענען אַרײַן 7 לידער,וועלכע סײַ דערמאָנען די גאָלדענע פּאַווע, סײַ זענען אין גאַנצן געווידמעט איר געשטאַלט: ״נאָטע מאַנגער זינגט״, ״רבּנו תּם״, ״דאָס ליד פֿון דער גאָלדענער פּאַווע״, ״פֿון סטאָפּטשעט קיין קאָלאָמיי״  און ״די רייד פֿון דעם שנײַדער־געזעלן נאָטע מאַנגער צום פּאָעט״. דאָס לעצטע ליד איז אַ ריינע רעקאָנסטרוקציע פֿון דעם מאַגישן פּראָצעס, וואָס פֿאַר דער באַשאַפֿונג – די באַשאַפֿונג פֿון ליד.

דאָס טונקלע גאָלד פֿון דער שקיעה סימבאָליזירט די געהיימע שיינקייט און חכמה; און אין דעם צווייטן ליד איז דאָס גאָלד פֿון דער פּאַווע אין פֿלי פאַרמעסט זיך מיט דעם גאָלד פֿון דעם זון־אויפֿגאַנג, פֿאַרמעסט זיך אייגנטלעך מיט דער וועלט־באַשאַפֿונג אַליין.

ס’איז דאָ אַ סך גאָלד אין דעם קאָמפּאַקטל. אויך די מוזיק איז גאָלד: דאָס איז די גיטאַרע פֿון אַלעקסיי בעלאָוסאָוו. אגבֿ, אַלעקסיי איז דער זון פֿון אלכּסנדר בעלאָוסאָוון, וואָס זײַן ליד ״מײַן סליעד״ איז אַרײַן אין אונדזער דיסק.

אין העברעיִש הייסט דער פֿײַער־פֿויגל, דער פֿעניקס ״עוף החול״ (״זאַמד־פֿויגל״). אַ מידרש פֿאַרטײַטשט דעם פּסוק אינעם ספֿר איוב, וווּ עס האַנדלט זיך פֿון דעם פֿעניקס, דעם עוף החול, אַזוי: ״דעם פֿויגל מיטן נאָמען חול איז ניט באַשערט קיין טויט, ווײַל ער האָט ניט געגעסן פֿון דעם עץ־הדעת״.

לאָמיר האָפֿן, אַז דאָס וועט זײַן אויך דער גורל פֿון דער ייִדישער פּאָעזיע…

Другие записи