די גאָלדענע קייט

 די ישֹראלדיקע זינגערן רות לעווין, די טאָכטער פֿונעם באַוווּסטן ייִדישן פֿאָרלעזער, זינגער און קאָמפּאָזיטאָר לייבו לעווין (1914 – 1983), האָט אַרויסגעלאָזט ניט לאַנג צוריק אַ נײַעם קאָמפּאַקטל מיט ייִדישע זינגלידער, וואָס טראָגט דעם נאָמען ״אַטלאַנטידיש״. איר זינגען באַגלייט מיט זײַן גיטאַרע־שפּילן אַלעקסיי בעלאָוסאָוו, דער זון פֿונעם ייִדישן דיכטער אלכּסנדר בעלאָוסאָוו (1948 – 2004). זיי טרעטן אַרויס צוזאַמען רעגולער און זײַנען גוט באַקאַנט די ליבהאָבער פֿונעם ייִדישן זינגליד. ״אַטלאַנטידיש״ שליסט אין זיך אײַן 14 זינגלידער אויף די ווערטער קודם־כּל פֿון איציק מאַנגער און אויך פֿון חיים־נחמן ביאַליק, אַנאַ מאַרגאָלין, הערץ ריווקין,…

Подробнее